Header image

יצחק זאלצמאן

מיין נומען איז יצחק זאלצמאן און איך בין געבוירען אין א אידישער פאמיליע. מיין טאטע איז געווען א פוילשער איד פון גאליציע, און די מאמע איז געווען פון ענגלאנד. מיין טאטע איז אויסגעראטיוועט פון די שואה געווען. אבער מער ווי צוויי הונדערט מענטשען פון זיין משפחה זענען געהארגעט געווארען ביי די נאזים. נאכען מלחמה איז ער געפארען קיין ארץ ישראל ווו ער האט געוווינט פינף יארן. נאך דעם איז ער געפארען קיין קאנאדע ווו ער האט התענע געהאט מיט מיין מאמע. צוזאמען האבן זיי געהאט דריי קינדער, דריי יונגלעך. אין דער היים האבען מיר נאר כשר געגעסן. מיר זיינען געגאנגען יעדער שבת און יום טוב אין שול אריין. מיינע עלטערען האבען אונז אויך געשיקט אין א העבריישע שולא.

ווען איך בין צען יאר אלט געווען, האט מיין טאטע געוואלט אז איך זאל לערנען מיט די חזן\בעל תפילה פון אונזער שול ווי אזוי צו דעווענען און צו ליינען. אין דער זעלבער צייט האט מיין טאטע מיך געשיקט אין די ליובאוויטשער ישיבה אריין וואו איך האב געלערענט חומש און גמרא. איך בין געווארען זייער פרום. איך בין געווארען א בעל קורא און א חזן שני און איך האב געארבעט אין עטלעכע פארשידענע שולן אין מיין שטאט. האב איך אויף מיר אליין געטראכט אז איך בין א פיינער איד. איך מוז זיין איימיטצער מיט וועמען גאט\השם האט געדארפט זיין א סאך צופרידן.

איין מאל האב איך באטראפען א יונגער מאן אויפן טעלעפאן וואס איז ניט געווען א איד און איז אלט געווען נאר זעכטצן יאר. ער האט מיר גלייך געזאגט אז ער איז נאך א מאל געבוירען געווען און ער גלויבט אז ישוע איז געווען די משיח פאר אלאמען.

איך אבער האב געגלויבט אין וואס מיינע רביים האבען מיר געלערענט אין די ישיבה. יעדער וואך נאך דעם האט ער מיר גערינגן אויפן טעלעפאן כדי מיר צו באווייזען פון די נבואות אין תנ"ך אז ישוע איז די אידישע משיח. איך האב ניט געוואלט וויסען ווייל איך האב שוין געואוסט דער אמת. ישוע איז ניט די משיח. מיר, די אידן ווארטן נאך אויף אים.

א יאר שפעטער האט ער מיר גערופן איין נאכט ווען איך בין שוין אין מיין בעט געליגן, און מיט מוירע האט ער מיר געפרעגט צי ער מעג מיר ליינען עפעס פון נייעם בונד\ברית חדשה. פאר די נאכט האב איך קיין מאל נישט געעפנט א ברית חדשה. איך האב שטענדיק געגלויבט אז דער נרית חדשה איז ניט געווען א בוך פאר אונז נאר פאר די גוים. וואס ער האט מיר געליינט איז געווען זער אינטערעסאנט. ער האט מיר געליינט די דריי קאפיטלען פון די בשורה לויט מתתיהו וואו ישוע האט געלערענט זיין תלמידים אויפן בארג. איך האב קיין איין מאל ניט אין מיין גאנצען לעבען געהערט א זאמען ווערטער. ישוע האט גערעט מיט א זאמען אוטוריטע מיט וועלכען קיינעם פון די רביים האבען גערעט. און אויך מיט א סאך חכמה און רחמנות און ליבע.

דערמאלט האב איך געטראכט אז אפשר איז ישוע דעם אמתדיקן אידישע משיח. פון דאניט האב איך אנגעפאנגען צו ליינען די אלע פסוקים אין תנ"ך וואס רעד זיך וועגען די משיח. און נאך אלץ האב איך געוואוסט אז ער איז געשטארבען א קרבן פאר מיין זינד. און דאס איז ישוע פון נצרת. ער האט מיר געגעבן אייביק לעבן. דורך ישוע קען איך זיין אין גן-עדן מיט גאט.

צוריק>>