Header image

וואס ישוע האט געזאגט וועגן תפילה

זייט דעריבער ניט גלייך צו זיי (גויים); ווארים אייער פאטער ווייסט, וואס איר דארפט, נאך איידער איר בעט אים.

דעריבער זאלט איר מתפלל זיין אויף אזא אופן: אונדזער פאטער, וואס ביסט אין הימל, געהייליקט זאל ווארן דיין נאמען. זאל קומען דיין מלכות, זאל דיין רצון געטאן ווארן אויף דער ערד, אזויווי ער וועט געטאן אין הימל. גיב אונדז היינט אונדזער טעגלעך ברויט; און זיי אונדז מוחל אונדזערע שולדיקייטן, ווי מיר זענען אויך מוחל אונדזערע בעלי-חובות; און ברענג אונדז ניט צו קיין נסיון, נייערט זיי אונדז מציל פון דעם בייזן. ווארים דיר געהערט די מלוכה, און גבורה און דער כבוד, אויף עייביק. אמן.

ווארים אויב איר וועט מוחל זיין די מענטשן זייערע חטאים וועט אייער פאטער אין הימל אויך אייך מוחל זיין; נאר אויב איר וועט די מענטשן ניט מוחל זיין זייערע חטאים, וועט אייער פאטער אויך אייערע חטאים ניט מוחל זיין.

און בעת איר פאסט, מאכט ניט קיין זויער פנים, ווי די חונפים, ווייל זיי פארקרימען זייערע פנימער, כדי מענטשן זאלן זען ווי זיי פאסטן. באמת, איך זאג אייך, זיי האבן שוין זייער שכר. דו אבער, בעת דו פאסט, זאלסטו זאלבן דיין קאפ און וואשן דיין פנים, כדי מענטשן זאלן ניט זען ווי דו פאסט, נייערט דיין פאטער, וואס איז אין פארבורגעניש, און דיין פאטער, וואס זעט אין פארבורגעניש, וועט דיר פארגעלטן.

זאמלט אייך ניט אן קיין אוצרות אויף דער ערד, וואו מאיל און זשאווער פארצערן, און וואו גנבים גראבן זיך אונטער און גנבענען, נייערט זאמלט אייך אן אוצרות אין הימל, וואו ניט קיין מאיל און ניט קיין זשאווער פארצערן, און וואו גנבים טוען זיך ניט אונטערגראבן און גנבענען; ווארים וואו ס'איז דיין אוצר, דארט וועט אויך זיין דיין הארץ.

דאס ליכט פון דעם גוף איז דאס אויג. דעריבער, אויב דיין אויג איז גאנץ, וועט דיין גאנצען גוף זיין לויטער ליכטיקייט, אויב אבער דיין אויג איז שלעכט, וועט דיין גאנצען גוף זיין לויטער פינצטערניש. דעריבער אויב דאס ליכט, וואס איז אין דיר, איז פינצטערניש, ווי גרויס איז די פינצערניש!

קיינער קאן ניט דינען קיין צוויי הארן; ווארים אדער ער וועט איינעם פיינט האבן און ליב האבן דעם אנדערן, אדער ער וועט זיך האלטן אן איינעם, און פאראכטן דעם אנדערן. איר קאנט ניט דינען גאט און ממון.

דעריבער זאג איך אייך: זארגט ניט פאר אייער לעבן, וואס איר זאלט עסן, אדער וואס איר זאלט טרינקען, אויך ניט פאר אייער גוף, וואס איר זאלט אנטאן. איז ניט דאס לעבן טייערער פון דעם עסן, און דער גוף - פון דעם מלבוש? קוקט אויף די פייגל פון הימל: ניט זיי זייען, ניט זיי שניידן, זיי זאמלען אויך ניט איין אין שפייכלערס, און אייער הימלישער פאטער שפייזט זיי. זענט איר ניט ווערט א סך מער פון זיי?

און ווער פון אייך קאן דורך דאגהן צוגעבן איין אייל צו דער מאס פון זיין לעבן? און וואס דאגהט איר וועגן קליידונג? באטראכט די ליליעס פון דעם פעלד, ווי זיי וואקסען; ניט זיי הארעווען, ניט זיי שפינען. און איך זאג אייך, אז אפילו שלמה אין זיין גאנצער פראכט איז ניט געווען באקליידט ווי איינע פון זיי.

בכן, אויב גאט טוט אזוי באקליידן דאס גראז פון דעם פעלד, וואס היינט איז עס דא, און מארגן ווערט עס אריינגעווארפן אין אויוון, א פשיטא שוין אייך, א איר קליין-גלויביקע

דעריבער זאלט איר ניט זארגן, און זאגן: וואס זאלט מיר עסן? אדער: וואס זאלט מיר טרינקען? אדער: וואס זאלן מיר אנטאן? ווייל אט-דאס אלץ באגערן די גויים; אייער הימלישער פאטער ווייסט, אז איר דארפט דאס אלץ האבן. נייערט זוכט קודם זיין מלכות, און זיין צדקות, און דאס אלץ וועט אייך צוגעגעבן ווערן.

זייט דעריבער ניט באזארגט פאר דעם מארגן; ווארים דער מארגן וועט פאר זיך אליין זארגן. גענוג איז פאר דעם טאג זיין אייגענע פלאג.

מתתיהו פרק ו', פסוקים ח-ל"ד

(ווילט איר וויסען מער? דריקט דא צו באשטעלן דעם ספר ברית החדשה בחינם.)

מער>>