און ער האט געפנט זיין מויל און האט זיי געלערנט, אזוי צו זאגן:
געבענטשט איז די, וואס זענען ארעם אין גייסט, ווארים זייערס איז דאס מלכות-שמים. געבענטשט איז די, וואס טרויערן, ווארים זיי וועלן געטרייסט ווערן.
געבענטשט איז די עניים, ווארים זיי וועלן ירשענען די ערד. געבענטשט איז די, וואס הונגערן און דארשטן נאך דעם גערעכטיקייט , ווארים זיי וועלן גזעטיקט ווערן.
געבענטשט איז די בעל-רחמים, ווארים אויף זיי וועט מען זיך מרחם זיין. געבענטשט איז די לויטערע אין הארצן, ווארים זיי וועלן זען גאט.
געבענטשט איז די רודפי-שלום, ווארים זיי וועלן אנטגרופן ווערן זין פון גאט. געבענטשט איז די, וואס ווערן גערודפט פונוועגן גערעכטיקייט, ווארים זייערס איז דאס מלכות-שמים.
געבענטשט איז אייך, אויב מען וועט אייך מבזה זיין, און אייך רודפן, און רעדן אויף אייך פאלש אלדאס-בייז צוליב מיר. פרייט אייך און זייט מלא-שמחה, ווארים גרויס איז אייער שכר אין הימל, וואל אזוי האבן זיי גערודפט די נביאים, וואס זענען געווען פאר אייך.
איר זענט דאס זאלץ פון דער ערד; אויב אבער זאלץ פארלירט דעם טעם, מיט וואס זאל מען עס ווירצן? ס'טויג מער אויף גארניט, סיידן ארויסגעווארפן צו ווערן און צעטראטן צו ווערן פון מענטשן.
איר זענט דאס ליכט פון דער וועלט. א שטאט וואס ליגט אויף א בארג קאן ניט זיין פארבארגן. מען צינדט אויך ניט אן א ליכט, כדי עס צו שטעלן אונטער א מעסטל, נייערט אין א לייכטער; און עס לייכט פאר וואס זענען אין הויז.
אזוי אויך זאלט איר לאזן שיינען אייער ליכט פאר די מענטשן, כדי זיי זאלן זען אייערע גוטע מעשים, און לויבן אייער פאטער אין הימל.
מיינט ניט, אז איך בין געקומען מבטל צו זיין די תורה, אדער די נביאים; איך בין ניט געקומען מבטל צו זיין די תורה, אדער די נביאים; איך בין ניט געקומען צו זיין, נייערט מקיים צו זיין. ווארים באמת, איך זאג אייך, ביז הימל און ערד וועלן פארגיין, וועט קיין איין יוד אדער קוצו-של-יוד פון דער תורה ניט פארגיין, ביז אלצדינג וועט מקוים ווערן.
דעריבער ווער ס'וועט עובר זיין אויף איינער פון די דאזיקע מינדסטע מצוות, און וועט לערנען אזוי די מענטשן, וועט גערופן ווערן דער מינדסטער אין דעם מלכות-שמים; ווער אבער ס'וועט זיי טאן און לערנען, וועט גערופן ווערן גרויס אין דעם מלכות-שמים. ווארים איך זאג אייך, אויב אייער צדקות וועט ניט זיין בעסער פון דער צדקות פון די סופרים און פרושים, וועט איר באין-אופן ניט אריינקומען אין דעם מלכות-שמים.
מתתיהו פרק ה' פסוקים ב'-כ'
(ווילט איר וויסען מער?
דריקט דא צו באשטעלן דעם ספר ברית החדשה בחינם.)
מער>>