Header image

וואס ישוע העט געזאגט וועגן דעם משיח

און בעת די פרושים האבן געהערט, אז ער האט די צדוקים געמאכט שווייגן, האבן זיי זיך פארזאמלט אינאיינעם. און איינער פון זיי, א תלמיד-חכם, האט אים געפרעגט א שאלה, כדי אים צו פרואוון; רבי, וועלכע איז די גרעסטע מצווה אין דער תורה?

האט ער צו אים געזאגט:

דו זאלסט ליב האבן גאט דיין האר מיט דיין גאנצן הארצן, און מיט דיין גאנצער נשמה, און מיט דיין גאנצן פארשטאנד. דאס איז די גרעסטע און די ערשטע מצווה. און א צווייטע איז ענלעך צו איר: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין. אויף די דאזיקע צוויי מצוות הענגט אפ די גאנצע תורה און די נביאים.

און בעת די פרושים זענען געווען פארזאמלט אינאיינעם, האט זיי ישוע געפרעגט א קשיא, אזוי צו זאגן.

וואס דענקט איר וועגן דעם משיח? וועמעס זון איז ער?

זאגן זיי צו אים: דודס.

זאגט ער צו זיי: טא ווי קומט עס, וואס דוד רופט אים ברוח-הקדש האר, בעת ער זאגט.

לְדָוִד מִזְמוֹר נְאֻם ה' לַאדֹנִי שֵב לִימִינִי עַד אָשִית אֹיְבֶיךָ הֲדֹם לְרַגְלֶיךָ:

גאט האט געזאגט צו מיין האר, זעץ דיך ביי מיין רעכטער האנט, ביז איך וועל מאכן דיינע פיינט פאר דיין פוסבענקל?

בכן, אויב דוד רופט אים אן האר, וויאזוי איז ער זיין זון?

און קיינער האט אים ניט געקענט ענטפערן קיין ווארט, און פון יענעם טאג אן האט זיך שוין מער קיינער ניט דערוועגט אים צו פרעגן קיין קשיות.

מתתיהו פרק כ"ב, פסוקים ל"ד-מ"ו

(ווילט איר וויסען מער? דריקט דא צו באשטעלן דעם ספר ברית החדשה בחינם.)

צוריק>>