Header image

וואס ישוע האט געזאגט וועגן דעם מלכות-שמים

הערט דעריבער איר דאס משל מיט דעם זייער.

איטלעכער וואס הערט דאס ווארט פון דעם מלכות-שמים און פארשטייט עס ניט, קומט דער שטן און רויבט דאס, וואס איז פארזייט געווארן אין זיין הארץ; דאס איז דער, וואס איז פארזייט געווארן ביים וועג. און דאס, וואס איז דער, וואס איז פארזייט געווארן אויף פעלזיק לאנד, דאס איז דער, וואס הערט דאס ווארט און נעמט עס תיכף אויף מיט שמחה; אבער אזוי ווי ער האט ניט קיין ווארצל אין זיך, פארבליייבט ער נאר אויף א ווייל; און ווי נאר ס'קומען אן ליידן און רדיפות צוליב דעם ווארט, ווערט ער תיכף געשטרויכלט.

און דאס, וואס איז פארזייט געווארן צווישן דערנער, דאס איז דער, וואס הערט דאס ווארט, און די דאגות פון דער וועלט און די אפנארעריי פון עשירות דערשטיקן דאס ווארט, און עס איז אן פירות. און דאס, וואס איז פארזייט געווארן אויף גוטער ערד, באמת, טראגט פירות, און ברענגט ארויס, טייל הונדערטפאך, טייל זעכציק, און טייל דרייסיקפאך.

אן אנדער משל האט ער געבראכט פאר זיי, אזוי צו זאגן:

דאס מלכות-שמים איז געגליכן צו א מענטשן וואס האט פארזייט גוטע זריעה אין זיין פעלד. און בעת די מענטשן זענען געשלאפן, איז געקומען זיין שונא און האט פארזייט ווילד-גראז צווישן דעם ווייץ, און איז אוועקגעגאנגען. און ווען די זריעה האט אויפגעשפראצט און געטראגן פרוכט, דעמאלט האט זיך אויך באוויזן דאס ווילד-גראז.

זענען געקומען די קנעכט פון דעם בעל-הבית, און האבן צו אים געזאגט: האר, האסטו ניט געזייט גוטע זריעה אין דיין פעלד? פונוואנען-זשע נעמט זיך אויף אים ווילד-גראז?

האט ער צו זיי געזאגט: א שונא האט דאס געטאן. האבן די קנעכט צו אים געזאגט: ווילסטו אפשר, אז מיר זאלן גיין און זיי צונויפקלעבן? האט ער געזאגט: ניין, טאמער וועט איר, בשעת איר וועט צונויפקלייבן דאס ווילד-גראז, אויך אויסווארצלען מיט זיי דעם ווייץ.

לאזט זיי ביידע וואקסן צוזאמען ביז שניט-צייט; און אין דער צייט פון שניט וועל איך זאגן צו די שניטער: קלייבט צונויף קודם דאס ווילד-גראז און בינדט עס אין גארבן, כדי עס צו פארברענען; אבער דעם ווייץ זאמלט איין אין מיין שייער אריין.

אן אנדער משל האט ער געבראכט פאר זיי, אזוי צו זאגן:

דאס מלכות-שמים איז געגליכן צו זענעפט-זריעה, וואס א מענטש האט גענומען און פארזייט אין זיין פעלד. און הגם ס'איז קלענער פון אלע זאמען, וואקסט עס אבער אויס, איז עס גרעסער פון אלע קרייטעכצער, און ווערט א בוים, אזוי, אז די פייגל פון הימל קומען און נעסטן אין זיינע צווייגן.

אן אנדער משל האט ער זיי דערציילט:

דאס מלכות-שמים איז געגליכן צו זויערטייג, וואס א פרוי האט גענומען און אריינגעטאן אין דריי מאס מעל, ביז עס איז אינגאנצן פארזייערט געווארן.

דאס אלץ האט ישוע גערעדט מיט משלים פארן פאלק.

מתתיהו פרק י"ג, פסוקים י"ט-ל"ד.

(ווילט איר וויסען מער? דריקט דא צו באשטעלן דעם ספר ברית החדשה בחינם.)

מער>>